Type a search term to find related articles by LIMS subject matter experts gathered from the most trusted and dynamic collaboration tools in the laboratory informatics industry.
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
א | ב | ג | ד | ה | ו | |
ז | ח | ט | י | יא | יב | יג |
יד | טו | טז | יז | יח | יט | כ |
כא | כב | כג | כד | כה | כו | כז |
כח | כט | |||||
לוח לשנת ה'תשפ"ה | ||||||
אנווייז: יומא דפגרא |
אייר איז דער צווייטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן[1] (און דער אכטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]).
פון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז אייר שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.[3]
ראש חודש אייר איז שטענדיג צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון ניסן, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון אייר, וויבאלד ניסן איז שטענדיג א פולער חודש (מלא): ער האט שטענדיג דרייסיג טעג.
דער ערשטער טאג פון חודש אייר קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: (ב ג ה ז) מאנטיק, דינסטיק, דאנערשטיק, שבת.[4]
אין די צייטן ווען בית דין האט מקדש געווען דעם חודש האבן זיי געקענט - אויב בית דין האט עס געפינען נויטיג - אויסברייטערן דעם חודש (מעובר) אויף דרייסיג טעג. ס'איז פארהאן א מיינונג פון תנאים וואס האלטן אז דאס יאר ווען יידן זענען ארויס פון מצרים האט מען פארברייטערט דעם חודש אייר.[5]
אין דער משנה לערנט מען[6] אז אייר איז איינער פון די זעקס חדשים וואס בית דין האט געשיקט שלוחים צו די ווייטע ערטער פון ירושלים, באקאנט מאכן וועלכן טאג זיי האבן מקדש געווען ראש חודש אייר, וועגן דעם קומענדיגן טאג פון פסח שני.
אין פסוק ווערט דער חודש אייר אנגערופן חודש זיו (שיין), ווי ס'שטייט: ויהי בשמונים שנה וגו' בחודש זיו (אין פסוק שטייט אן א יו"ד) הוא החודש השני וגו' (מלכים א' ו א), אין חז"ל געפינט מען צוויי ערקלערונגן:
גענוי וויאזוי צושרייבן דאס ווארט אייר איז נישט פארהאן א קלארער מקור, אין שולחן ערוך ווערט אבער געפסקנט, אייר דארף מען שרייבן מיט צוויי יו"ד'ן,[9] אויב מען האט געשריבן אין א גט איר נאר מיט איין יו"ד, איז דער גט נישט גילטיג (פסול) ,[10] ס'איז אבער פארהאן אזעלכע וואס האלטן זיך צוריק פון שרייבן א גט אין אייר.[11] דער בית שמואל[12] ווייזט אָן א רמז צו שרייבן מיט צווי יו"ד'ן פון די קדמונים[13] וועלכע שרייבן א רמז אויף די ראשי תיבות פון אייר: אברהם יצחק יעקב רחל.
דער צירוף פון חודש אייר גייט ארויס פון דעם אנפאנג פון די ווערטער (ראשי תיבות) יתהלל המתהלל השכל וידוע[14] (ירמיה ט. כג.).
דער מזל פון אייר ווערט אנגערופן שור.[15]
פיר טעג פון חודש אייר האבן די חז"ל אויסגערופן אלס יו"ט און פארבאטן צו פאסטן אדער מספיד זיין אין די טעג, ז, יד, כג, כז, ווי ס'ווערט געשריבן אין מגילת תענית. די הלכה איז "בטלה מגילת תענית",[16] און די ימים טובים גייען היינט נישט מער אָן.
דער בני יששכר שרייבט,[19] חודש אייר איז מסוגל אויף רפואה, וויבאלד אין חודש אייר האט אנגעהויבן צו פאלן דער מן פאר יידישע קינדער אין מדבר, וועלכע ווערט אנגעריפן און פסוק "לחם אבירים" (תהלים עח כה), שפייז וואס איז דירעקט איינגעזאפט געווארן אין די גלידער,[20] איז דערפון געבליבן אין די נאטאר (טבע) פון דעם חודש א סגולה פאר רפואה.
חודש אייר איז אין די ספירה טעג, טעג וועלכע האבן זייערע ספעציפישע הלכות.
ד' אייר ביינאכט, דאס הייסט ה' אייר, איז ר' נחמן מברסלב אנגעקומען קיין אומאן שנת תק"ע, דארט האט ער אויסגעקליבן צו ליגן נאך זיין פטירה וואו זיינע חסידים און תלמידים זאלן אים קומען פוקד זיין.