Type a search term to find related articles by LIMS subject matter experts gathered from the most trusted and dynamic collaboration tools in the laboratory informatics industry.
הרב חיים קאניעווסקי | |
געבורט |
8 יאנואר 1928 ט"ו טבת ה'תרפ"ח פּינסק, Q207272 |
---|---|
טויט |
18 מערץ 2022 (אלט 94) בני ברק, ישראל |
כינוי | שי"ח בהגרי"י |
קבורה ארט | בני ברק |
מדינה | ישראל |
טעטיקייט ארט | בני ברק, ישראל |
באלאנג | חרדים |
באשעפטיגונג | הלכה, אגדה, גמרא |
זיינע רביס | זיין פאטער הרב יעקב ישראל קאניעווסקי, הרב אברהם ישעיהו קארעליץ, הרב ראובן כץ |
חיבורים | דרך אמונה, שונה הלכות און נאך) |
זיווג | בת-שבע קאניעווסקי |
פאטער | יעקב ישראל קאניעווסקי |
הרב שמריהו יוסף חיים קאניעווסקי (געבוירן ט"ו טבת תרפ"ח, פינסק, פוילן – ט"ו אדר ב ה'תשפ"ב, בני ברק ישראל) איז געווען א ליטווישער רב און אן אויסגעוויינלעכסער בקי ש״ס און פוסקים. ער איז געווען א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.
ער איז געבוירן געווארן ט"ו טבת תרפ"ח אין פינסק, ליטא (דעמאלסט אין פוילן, היינט אין בעלארוס) צו זיין פאטער, רבי יעקב ישראל קאניעווסקי, דער סטייפלער גאון, און זיין מוטער, מרת פעשא מרים קארעליץ.
ער האט זיך ערווארבן א וועלטס היסטאריש זכרון פון יעדן ענין אין דער גאנצער תורה.
ער האט חתונה געהאט מיט בת-שבע אסתר אלישיב, אן טאכטער פון הרב יוסף שלום אלישיב, אום ו' כסלו ה'תשי"ב.
ער איז באקאנט געווען אלס צדיק אויך, און מ'פלעגט זיך בענטשטן ביי אים. תלמידי חכמים פון דער גאנצער וועלט פלעגן זיך שרייבן צו אים, און ער פלעגט צוריק ענטפערן מיט זיין אייגענארטיגע שטייגער קורץ און שארף מיט מראה מקומות, נאכצוקוקן, אויך פלעגט ער זיין גרייט א גאנצן טאג ביי זיין גמרא, וואו מען פלעגט שטיין אין דער רייע אים צו פרעגן אין לערנען.
ער האט געוואוינט אין בני ברק און איז געווען א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.
אום ט"ו אדר ב ה'תשפ"ב איז ער נפטר געווארן ביי זיך אינדערהיים.
זיינע קינדער זענען: